Page 67 - Shmuel a
P. 67

‫שמוּאל א‬

‫האָט געשיקט אױסקוקערס‪ ,‬און איז געװאָר געװאָרן אױף געװיס‪ ,‬אַז‬
‫ָשאול איז געקומען‪ 5 .‬איז דוד אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און איז צוגעקומען‬
‫צו דעם אָרט װאָס ָשאול האָט דאָרטן געלאַגערט‪ ,‬און דוד האָט‬
‫געזען דעם אָרט װאָס דאָרטן איז געלעגן ָשאול און אַבֿנר דער זון פֿון‬
‫ֵנרן‪ ,‬ז ַײן חיל‪-‬פֿירער‪ .‬און ָשאול איז געלעגן אין לאַגעררינג‪ ,‬און דאָס‬

                               ‫פֿאָלק האָט געלאַגערט רונד אַרום אים‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט צו אַחי ֶמ ֶלך דעם ִחתּי‪,‬‬
‫און צו אַבֿי ַשי דעם זון פֿון צרוָּיהן‪ ,‬יוֹאָבֿס ברודער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װער‬
‫װיל אַראָפּנידערן מיט מיר צו ָשאולן אין לאַגער? האָט אַבֿי ַשי‬

                              ‫געזאָגט‪ :‬איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר‪.‬‬

‫‪ 7‬איז געקומען דוד און אַבֿי ַשי צו דעם פֿאָלק ב ַײ נאַכט‪ ,‬ערשט ָשאול‬
‫ליגט און שלאָפֿט אין לאַגעררינג‪ ,‬און ז ַײן שפּיז איז אַר ַײנגעשטעקט‬
‫אין דער ערד אים צוקאָפּנס‪ ,‬און אַבֿנר און דאָס פֿאָלק ליגן רונד‬

                                                             ‫אַרום אים‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט אַבֿי ַשי געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬גאָט האָט ה ַײנט איבערגעענטפֿערט‬
‫ד ַײן פֿ ַײנט אין ד ַײן האַנט; און אַצונד‪ ,‬לאָמיך אַקאָרשט אים אײן מאָל‬
‫אַ שטאָך טאָן מיטן שפּיז ביז אין דער ערד‪ ,‬און איך װעל אים ניט‬
‫דאַרפֿן טאָן אַ צװײטן‪ 9 .‬האָט דוד געזאָגט צו אַבֿי ַשין‪ :‬זאָלסט אים‬
‫ניט אומברענגען‪ ,‬װאָרום װער האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױף‬
‫דעם געזאַלבטן פֿון גאָט‪ ,‬און איז אָפּגעקומען גלאַט? ‪ 10‬און דוד‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬אַז נאָר גאָט זאָל אים שלאָגן!‬
‫ענטװעדער ז ַײן טאָג װעט קומען‪ ,‬און ער װעט שטאַרבן‪ ,‬אָדער ער‬
‫װעט נידערן אין מלחמה און אומקומען‪ 11 .‬באַהיט זאָל איך װערן‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬אױסצושטרעקן מ ַײן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון גאָט‪.‬‬
‫און אַצונד‪ ,‬נעם‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דעם שפּיז װאָס ב ַײ אים צוקאָפּנס‪,‬‬

                            ‫און דעם קרוג װאַסער‪ ,‬און לאָמיר זיך גײן‪.‬‬

‫‪ 12‬און דוד האָט גענומען דעם שפּיז און דעם קרוג װאַסער פֿון‬
‫שאָולס צוקאָפּנס‪ ,‬און זײ ז ַײנען זיך אַװעקגעגאַנגען; און קײנער האָט‬
‫ניט געזען און ניט געמערקט‪ ,‬און קײנער האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט‪,‬‬
‫װ ַײל זײ ז ַײנען אַלע געשלאָפֿן‪ ,‬װאָרום אַ גאָטס שלאָף איז געפֿאַלן‬

                                                                ‫אױף זײ‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72