Page 70 - Shmuel a
P. 70

‫שמוּאל א‬

‫‪ 6‬האָט אים אָכיש געגעבן אין יענעם טאָג ציקלאַג‪ .‬דעריבער‬
    ‫געהערט ציקלאַג צו די מלכים פֿון יהוּדה ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 7‬און די צאָל פֿון די טעג װאָס דוד איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די‬
                         ‫פּלשתּים‪ ,‬איז געװען אַ יאָר מיט פֿיר חדשים‪.‬‬

‫‪ 8‬און דוד און ז ַײנע מענטשן פֿלעגן אַרױפֿגײן און אָנפֿאַלן אױף דעם‬
‫גשורי‪ ,‬און דעם ִגזרי‪ ,‬און דעם ַע ָמלקי‪ ,‬װאָרום זײ ז ַײנען געװען די‬
‫באַװױנער פֿון לאַנד װאָס פֿון אײביק אָן‪ ,‬װי דו קומסט קײן שור‪ ,‬און‬
‫ביז לאַנד מצ ַר ִים‪ 9 .‬און דוד פֿלעגט שלאָגן דאָס לאַנד‪ ,‬און ניט לאָזן‬
‫לעבן קײן מאַן און קײן פֿרױ; און ער פֿלעגט צונעמען שאָף און‬
‫רינדער‪ ,‬און אײזלען‪ ,‬און קעמלען‪ ,‬און בגדים‪ ,‬און זיך אומקערן און‬
‫קומען צו אָכישן‪ 10 .‬און אַז אָכיש האָט געזאָגט‪ :‬װוּ ז ַײט איר‬
‫אָנגעפֿאַלן ה ַײנט? האָט דוד געזאָגט‪ :‬אױפֿן ָדרום פֿון יהוּדה‪ ,‬און‬

        ‫אױפֿן ָדרום פֿון דעם י ַרחמ ֵאלי‪ ,‬און אױפֿן ָדרום פֿון דעם ֵקיני‪.‬‬

‫‪ 11‬און קײן מאַן און קײן פֿרױ פֿלעגט דוד ניט לאָזן לעבן‪ ,‬צו ברענגען‬
‫קײן ַגת‪ ,‬װ ַײל ער האָט געזאָגט‪ :‬טאָמער װעלן זײ דערצײלן אױף‬
‫אונדז‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ און אַזױ האָט דוד געטאָן‪ .‬און אַזױ איז‬
‫געװען ז ַײן שטײגער אַלע טעג װאָס ער איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די‬
‫פּלשתּים‪ 12 .‬און אָכיש האָט געגלױבט ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫פֿאַרמיאוסן האָט ער זיך פֿאַרמיאוסט ב ַײ ז ַײן פֿאָלק‪ ,‬ב ַײ ישׂראל‪ ,‬און‬

                             ‫ער װעט מיר ז ַײן פֿאַר אַן אײביקן קנעכט‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין יענע טעג‪ ,‬האָבן די פּלשתּים‬

‫א ַײנגעזאַמלט זײערע מחנות אין קריג‪ ,‬צו האַלטן מלחמהכח‬

‫אױף ישׂראל‪ .‬און אָכיש האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬װיסן זאָלסטו װיסן‪,‬‬
‫אַז דו װעסט אַר ַײנגײן מיט מיר אין חיל‪ ,‬דו און ד ַײנע מענטשן‪2 .‬‬
‫האָט דוד געזאָגט צו אָכישן‪ :‬דערפֿאַר װעסט דו געװאָר װערן‪ ,‬װאָס‬
‫ד ַײן קנעכט װעט אױפֿטאָן‪ .‬האָט אָכיש געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬דערפֿאַר‬

              ‫װעל איך דיך מאַכן פֿאַרן שומר פֿון מ ַײן קאָפּ אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 3‬און שמואל איז געשטאָרבן‪ ,‬און גאַנץ ישׂראל האָבן אים באַקלאָגט‪,‬‬
                 ‫און זײ האָבן אים באַגראָבן אין רמה‪ ,‬אין ז ַײן שטאָט‪.‬‬
   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75