Page 74 - Shmuel a
P. 74

‫שמוּאל א‬

‫‪ 6‬האָט אָכיש גערופֿן ָד ִודן‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬אַזױ װי גאָט‬
‫לעבט‪ ,‬אַז דו ביסט רעכטפֿאַרטיק‪ ,‬און ד ַײן אַרױסגײן און ד ַײן‬
‫אַר ַײנגײן מיט מיר אין חיל איז גוט אין מ ַײנע אױגן‪ ,‬װאָרום איך האָב‬
‫קײן שלעכטס אין דיר ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס דו ביסט צו‬
‫מיר געקומען ביז ה ַײנטיקן טאָג‪ .‬אָבער אין די אױגן פֿון די פֿירשטן‬
‫ביסטו ניט װױלגעפֿעלן‪ 7 .‬און אַצונד קער זיך אום‪ ,‬און גײ בשלום‪,‬‬
‫כּדי זאָלסט ניט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון די פֿירשטן‬

                                                       ‫פֿון די פּלשתּים‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט דוד געזאָגט צו אָכישן‪ :‬אָבער װאָס האָב איך געטאָן‪ ,‬און‬
‫װאָס האָסטו געפֿונען אין ד ַײן קנעכט פֿון דעם טאָג װאָס איך בין ב ַײ‬
‫דיר ביז ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬אַז איך זאָל ניט קומען און מלחמה האַלטן‬

                              ‫אַקעגן די פֿ ַײנט פֿון מ ַײן האַר דעם מלך?‬

‫‪ 9‬האָט אָכיש געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬איך װײס אַז דו‬
‫ביסט גוט אין מ ַײנע אױגן אַזױ װי אַ מלאך פֿון גאָט‪ ,‬אָבער די האַרן‬
‫פֿון די פּלשתּים האָבן געזאָגט‪ :‬ער זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט אונדז אין‬
‫דער מלחמה‪ 10 .‬און אַצונד‪ ,‬פֿעדער זיך אין דער פֿרי מיט די קנעכט‬
‫פֿון ד ַײן האַר װאָס ז ַײנען געקומען מיט דיר‪ ,‬און װי איר װעט א ַײך‬

      ‫פֿעדערן אין דער פֿרי‪ ,‬און א ַײך װערט ליכטיק‪ ,‬אַזױ גײט אַװעק‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט דוד זיך געפֿעדערט‪ ,‬ער און ז ַײנע מענטשן‪ ,‬אַװעקצוגײן אין‬
‫דער פֿרי‪ ,‬זיך אומצוקערן אין לאַנד פֿון די פּלשתּים‪ .‬און די פּלשתּים‬

                                    ‫ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן יזרעאל‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען געקומען‬

‫אױפֿן דריטן טאָג קײן ציקלאַג‪ ,‬ערשט די ַע ָמלקים ז ַײנעןל‬

‫אָנגעפֿאַלן אױפֿן ָדרום‪ ,‬און אױף ציקלאַג‪ ,‬און זײ האָבן געשלאָגן‬
‫ציקלאַג‪ ,‬און האָבן זי פֿאַרברענט אין פֿ ַײער‪ 2 .‬און זײ האָבן געפֿאַנגען‬
‫די װ ַײבער ]און אַלע[ װאָס אין איר‪ ,‬פֿון קלײן ביז גרױס; זײ האָבן‬
‫קײנעם ניט געטײט‪ ,‬נאָר זײ האָבן זײ אַװעקגעפֿירט‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫געגאַנגען אױף זײער װעג‪ 3 .‬און װי דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען‬
‫געקומען אין שטאָט‪ ,‬ערשט זי איז פֿאַרברענט אין פֿ ַײער‪ ,‬און זײערע‬
 ‫װ ַײבער און זײערע זין און זײערע טעכטער ז ַײנען געפֿאַנגען געװאָרן‪.‬‬
   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79