Page 78 - Shmuel a
P. 78
שמוּאל א
ָשאול ,און ז ַײנע דר ַײ זין ,און ז ַײן װאַפֿנטרעגער ,אױך אַלע ז ַײנע
מענטשן ,ז ַײנען געשטאָרבן אין אײנעם אין יענעם טאָג.
7האָבן געזען די מענער פֿון ישׂראל װאָס אױף יענער ז ַײט טאָל ,און
װאָס אױף יענער ז ַײט ירדן ,אַז די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַנטלאָפֿן,
און ָשאול און ז ַײנע זין ז ַײנען טױט ,און זײ האָבן פֿאַרלאָזן זײערע
שטעט ,און ז ַײנען אַנטלאָפֿן .און די פּלשתּים ז ַײנען געקומען ,און
האָבן זיך באַזעצט אין זײ.
8און עס איז געװען אױף מאָרגן ,ז ַײנען די פּלשתּים געקומען
אױסטאָן די דערשלאָגענע ,און זײ האָבן געפֿונען ָשאולן און ז ַײנע
דר ַײ זין ,געפֿאַלן אױפֿן באַרג ִגלבוֹע 9 .און זײ האָבן אָפּגעשניטן ז ַײן
קאָפּ ,און אױסגעטאָן ז ַײנע װאַפֿן ,און געשיקט אין לאַנד פֿון די
פּלשתּים רונד אַרום ,אָנצוזאָגן אין הױז פֿון זײערע געצנבילדער ,און
דעם פֿאָלק 10 .און זײ האָבן אַהינגעטאָן ז ַײנע װאַפֿן אין הױז
פֿון עש ָתּרות ,און ז ַײן טױטן ל ַײב האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אױף דער
מױער פֿון ביתָ -שן.
11און די באַװױנער פֿון ָיבֿשִ -גל ָעד האָבן געהערט װעגן אים – װאָס
די פּלשתּים האָבן געטאָן צו ָשאולן 12 .ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אַלע
העלדישע ל ַײט ,און זײ ז ַײנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט ,און האָבן
אַראָפּגענומען דעם ל ַײב פֿון ָשאולן ,און די ל ַײבער פֿון ז ַײנע זין ,פֿון
דער מױער פֿון ביתָ -שן .און זײ ז ַײנען געקומען קײן ָיבֿש ,און האָבן
זײ דאָרטן פֿאַרברענט 13 .און זײ האָבן גענומען זײערע בײנער ,און
באַגראָבן אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין ָיבֿש; און זײ האָבן
געפֿאַסט זיבן טעג.
© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.