Page 76 - Shmuel a
P. 76

‫שמוּאל א‬

‫דאָזיקער מחנה? האָט ער געזאָגט‪ :‬שװער מיר ב ַײ גאָט‪ ,‬אױב דו‬
‫װעסט מיך טײטן‪ ,‬און אױב דו װעסט מיך איבערענטפֿערן אין דער‬
‫האַנט פֿון מ ַײן האַר‪ ,‬און איך װעל דיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער‬

                                                                  ‫מחנה‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט ער אים אַראָפּגעפֿירט‪ ,‬ערשט זײ ז ַײנען פֿאַרשפּרײט אױפֿן‬
‫געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד‪ ,‬און זײ עסן און טרינקען און הוליען איבער‬
‫אַל דעם גרױסן רױב װאָס זײ האָבן גענומען פֿון לאַנד פֿון די‬

                                        ‫פּלשתּים‪ ,‬און פֿון לאַנד יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט דוד זײ געשלאָגן פֿון פֿאַרנאַכט און ביז אױף מאָרגן אין‬
‫אָװנט‪ ,‬און פֿון זײ איז ניט אַנטרונען געװאָרן אַ מאַן‪ ,‬אחוץ פֿיר‬
‫הונדערט יונגע מענער װאָס ז ַײנען געריטן אױף קעמלען‪ ,‬און ז ַײנען‬
‫אַנטלאָפֿן‪ 18 .‬און דוד האָט מציל געװען אַלץ װאָס ַע ָמלק האָט‬
‫צוגענומען; אױך ז ַײנע צװײ װ ַײבער האָט דוד מציל געװען‪ 19 .‬און ב ַײ‬
‫זײ איז גאָרנישט געמינערט געװאָרן פֿון מינדסטן און ביזן גרעסטן‪,‬‬
‫ס ַײ זין און טעכטער‪ ,‬ס ַײ פֿון רױב‪ ,‬ס ַײ אַלץ װאָס יענע האָבן‬
‫צוגענומען פֿאַר זיך; אַלץ האָט דוד צוריקגעבראַכט‪ 20 .‬אױך האָט‬
‫דוד צוגענומען אַלע ]זײערע[ שאָף און רינדער‪ .‬האָט מען זײ געפֿירט‬

   ‫פֿאַרױס פֿאַר יענעם פֿי‪ ,‬און מע האָט געזאָגט‪ :‬דאָס איז ָד ִודס רױב‪.‬‬

‫‪ 21‬און דוד איז געקומען צו די צװײ הונדערט מאַן װאָס ז ַײנען געװען‬
‫צו אָפּגעשלאַפֿט צו גײן הינטער ָד ִודן‪ ,‬און מע האָט זײ געלאָזט זיצן‬
‫ב ַײם ט ַײך בשׂוֹר‪ .‬און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן ָד ִודן און‬
‫אַנטקעגן דעם פֿאָלק װאָס מיט אים‪ .‬און דוד האָט גענענט צו דעם‬

                              ‫פֿאָלק‪ ,‬און האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד‪.‬‬

‫‪ 22‬האָבן זיך אָפּגערופֿן אַלע שלעכטע און נידערטרעכטיקע ל ַײט פֿון‬
‫די מענטשן װאָס ז ַײנען געגאַנגען מיט ָד ִודן‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪:‬‬
‫װ ַײל זײ ז ַײנען ניט געגאַנגען מיט אונדז‪ ,‬װעלן מיר זײ ניט געבן פֿון‬
‫דעם רױב װאָס מיר האָבן מציל געװען‪ ,‬נאָר בלױז איטלעכן ז ַײן װ ַײב‬

                  ‫און ז ַײנע קינדער‪ ,‬װאָס זײ מעגן אַװעקפֿירן און גײן‪.‬‬

‫‪ 23‬האָט דוד געזאָגט‪ :‬איר זאָלט אַזױ ניט טאָן‪ ,‬מ ַײנע ברידער‪ ,‬מיט‬
‫דעם װאָס גאָט האָט אונדז געגעבן‪ ,‬אַז ער האָט אונדז אָפּגעהיט‪ ,‬און‬
‫האָט געגעבן די מחנה װאָס איז אױף אונדז געקומען‪ ,‬אין אונדזער‬
‫האַנט‪ 24 .‬און װער װעט זיך צוהערן צו א ַײך אין דער דאָזיקער זאַך?‬
   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81