Page 73 - Shmuel a
P. 73
שמוּאל א
23האָט ער ניט געװאָלט ,און ער האָט געזאָגט :איך װעל ניט עסן.
אָבער ז ַײנע קנעכט און אױך די פֿרױ ז ַײנען צוגעשטאַנען צו אים ,און
ער האָט צוגעהערט צו זײער ָקול ,און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון
דער ערד ,און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט.
24און די פֿרױ האָט געהאַט אַ געשטאָפּט קאַלב אין הױז ,האָט זי
געא ַײלט און האָט עס געשאָכטן ,און זי האָט גענומען מעל און
פֿאַרקנעטן ,און האָט דערפֿון אױסגעבאַקט אומגעז ַײערט ברױט.
25און זי האָט דערלאַנגט פֿאַר ָשאולן און פֿאַר ז ַײנע קנעכט ,און זײ
האָבן געגעסן .און זײ ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען און ז ַײנען
אַװעקגעגאַנגען אין דער אײגענער נאַכט.
1און די פּלשתּים האָבן א ַײנגעזאַמלט זײערע מחנות קײן
אַפֿק; און די ישׂראל האָבן געלאַגערט ב ַײ דעם קװאַל װאָסכט
אין יזרעאל 2 .און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים ז ַײנען פֿאַרב ַײגעגאַנגען
אין הונדערטן און אין טױזנטן ,און דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען
פֿאַרב ַײגעגאַנגען צולעצט מיט אָכישן.
3האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געזאָגט :װאָס טוען דאָ די דאָזיקע
ִעבֿרים? האָט אָכיש געזאָגט צו די האַרן פֿון די פּלשתּים :דאָס איז
דאָך דוד דער קנעכט פֿון ָשאול דעם מלך פֿון ישׂראל ,װאָס איז ב ַײ
מיר שױן טעג אָדער שױן יאָרן ,און איך האָב אין אים קײן שום בײז
ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס ער איז צוגעפֿאַלן ]צו מיר[ ביז
ה ַײנטיקן טאָג 4 .האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געצערנט אױף אים,
און די האַרן פֿון די פּלשתּים האָבן צו אים געזאָגט :קער אום דעם
מאַן ,און זאָל ער זיך אומקערן צו ז ַײן אָרט װאָס דו האָסט אים
דאָרטן אַר ַײנגעזעצט ,און זאָל ער ניט נידערן מיט אונדז אין דער
מלחמה ,כּדי ער זאָל אונדז ניט ז ַײן פֿאַר אַ שטער אין דער מלחמה;
װאָרום מיט װאָס װעט דער דאָזיקער זיך איבערבעטן מיט ז ַײן האַר,
אױב ניט מיט די קעפּ פֿון די דאָזיקע מענטשן? 5איז דאָס ניט דער
דוד ,װאָס מע האָט פֿאַר אים געזונגען מיט טענץ ,אַזױ צו זאָגן:
ָשאול האָט געשלאָגן אין ז ַײנע טױזנטן,
און דוד אין ז ַײנע צענטױזנטן?