Page 75 - Shmuel a
P. 75

‫שמוּאל א‬

‫‪ 4‬האָט דוד און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים אױפֿגעהױבן זײער ָקול‬
      ‫און געװײנט‪ ,‬ביז זײ האָבן מער קײן כּוח ניט געהאַט צו װײנען‪.‬‬

‫‪ 5‬אױך בײדע װ ַײבער פֿון ָד ִודן ז ַײנען געפֿאַנגען געװאָרן‪ ,‬אַחינוֹעם פֿון‬
                       ‫יזרעאל‪ ,‬און אַבֿיַג ִיל די װ ַײב פֿון ָנבֿלן פֿון ַכּרמל‪.‬‬

‫‪ 6‬און ָד ִודן האָט זײער צוגעדריקט‪ ,‬װאָרום דאָס פֿאָלק האָט גערעדט‬
‫אים צו פֿאַרשטײנען‪ ,‬װ ַײל דאָס געמיט פֿון גאַנצן פֿאָלק איז געװען‬
‫פֿאַרביטערט‪ ,‬איטלעכער איבער ז ַײנע זין און איבער ז ַײנע טעכטער‪.‬‬
‫אָבער דוד האָט זיך געשטאַרקט מיט יהוה ז ַײן גאָט‪ 7 .‬און דוד האָט‬
‫געזאָגט צו אבֿיתר דעם כּהן‪ ,‬אַחי ֶמ ֶלכס זון‪ :‬גענען מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫דעם אפֿוד‪ .‬האָט אבֿיתר גענענט דעם אפֿוד צו ָד ִודן‪ 8 .‬און דוד האָט‬
‫געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל איך נאָכיאָגן די דאָזיקע מחנה?‬
‫װעל איך זי אָניאָגן? האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬יאָג נאָך‪ ,‬װאָרום‬

              ‫אָניאָגן װעסטו אָניאָגן‪ ,‬און מציל ז ַײן װעסטו מציל ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 9‬איז דוד געגאַנגען‪ ,‬ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען געקומען צום ט ַײך בשׂוֹר; און די צוריקגעבליבענע‬
‫האָבן זיך אָפּגעשטעלט‪ 10 .‬און דוד האָט נאָכגעיאָגט‪ ,‬ער און פֿיר‬
‫הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט מאַן האָבן זיך אָפּגעשטעלט‪ ,‬די‬

   ‫װאָס ז ַײנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט אַריבערצוגײן דעם ט ַײך בשׂוֹר‪.‬‬

‫‪ 11‬און זײ האָבן געפֿונען אין פֿעלד אַ מאַן אַ ִמצרי‪ ,‬און האָבן אים‬
‫געבראַכט צו ָד ִודן; און זײ האָבן אים געגעבן ברױט‪ ,‬און ער האָט‬
‫געגעסן‪ ,‬און זײ האָבן אים געגעבן טרינקען װאַסער; ‪ 12‬און זײ האָבן‬
‫אים געגעבן אַ שטיק געפּרעסטע פֿ ַײגן‪ ,‬און צװײ בינטלעך ראָזינקעס;‬
‫און ער האָט געגעסן‪ ,‬און האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם‪ ,‬װאָרום ער‬
‫האָט ניט געהאַט געגעסן ברױט און ניט געטרונקען קײן װאַסער דר ַײ‬

                                                    ‫טעג און דר ַײ נעכט‪.‬‬

‫‪ 13‬האָט דוד צו אים געזאָגט‪ :‬צו װעמען געהערסטו און פֿון װאַנען‬
‫ביסטו? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך בין אַ ִמצרישער יונג‪ ,‬אַ קנעכט פֿון אַ‬
‫מאַן פֿון ַע ָמלק‪ ,‬און מ ַײן האַר האָט מיך איבערגעלאָזן‪ ,‬װ ַײל איך בין‬
‫קראַנק געװאָרן מיט דר ַײ טעג צוריק‪ 14 .‬מיר ז ַײנען אָנגעפֿאַלן אױף‬
‫דעם ָדרום פֿון דעם כּ ֵרתי‪ ,‬און אױף װאָס געהערט צו יהוּדה‪ ,‬און‬
‫אױף דעם ָדרום פֿון ָכּ ֵלבֿ; און ציקלאַג האָבן מיר פֿאַרברענט אין‬
‫פֿ ַײער‪ 15 .‬האָט דוד צו אים געזאָגט‪ :‬װעסטו מיך אַראָפּפֿירן צו דער‬
   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80