Page 77 - Shmuel a
P. 77

‫שמוּאל א‬

‫װאָרום אַזױ װי דער חלק פֿון דעם װאָס נידערט אין מלחמה אַזױ איז‬
‫דער חלק פֿון דעם װאָס בל ַײבט ב ַײ די זאַכן; גל ַײך זאָלן זײ זיך טײלן‪.‬‬

‫‪ 25‬און אַזױ איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן און װ ַײטער; און מע האָט‬
‫עס געמאַכט פֿאַר אַ חוק און פֿאַר אַ געזעץ פֿאַר ישׂראל ביז אױף‬

                                                         ‫ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 26‬און דוד איז געקומען קײן ציקלאַג‪ ,‬און האָט געשיקט פֿון דעם‬
‫רױב צו די עלטסטע פֿון יהוּדה‪ ,‬צו ז ַײנע גוטע פֿר ַײנד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫נאַט א ַײך אַ מתּנה פֿון דעם רױב פֿון גאָטס פֿ ַײנט; ‪ 27‬צו די װאָס אין‬
‫ֵבית‪ֵ -‬אל‪ ,‬און צו די װאָס אין ָרמוֹת פֿון ָדרום‪ ,‬און צו די װאָס אין‬
‫ַיתּיר; ‪ 28‬און צו די װאָס אין ערוער‪ ,‬און צו די װאָס אין ִשׂפֿמות‪ ,‬און‬
‫צו די װאָס אין ֶאשתּמוֹ ַע; ‪ 29‬און צו די װאָס אין ָר ָכל‪ ,‬און צו די װאָס‬
‫אין די שטעט פֿון דעם י ַרחמ ֵאלי‪ ,‬און צו די װאָס אין די שטעט פֿון‬
‫דעם ֵקיני; ‪ 30‬און צו די װאָס אין ָחר ָמה‪ ,‬און צו די װאָס אין כּוֹר‪-‬‬
‫ָע ָשן‪ ,‬און צו די װאָס אין ַע ָתך; ‪ 31‬און צו די װאָס אין חבֿרון‪,‬‬
‫און צו אַלע ערטער װאָס דוד און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען דאָרטן‬

                                                        ‫אַרומגעגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 1‬און די פּלשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ישׂראל‪ ,‬און‬

‫די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלשתּים‪ ,‬אוןלא‬

‫זײ ז ַײנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג ִגלבוֹע‪ 2 .‬און די פּלשתּים‬
‫האָבן אָנגעיאָגט ָשאולן און ז ַײנע זין‪ ,‬און די פּלשתּים האָבן‬
‫דערשלאָגן יהונתן‪ ,‬און אַבֿיָנ ֶדבֿ‪ ,‬און ַמלכּישו ַע‪ ,‬די זין פֿון ָשאולן‪3 .‬‬
‫און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן ָשאולן‪ ,‬און די שיסערס‪ ,‬די‬
‫ל ַײט מיט די בױגנס‪ ,‬האָבן אים געפֿונען; און ער האָט זײער‬
‫געציטערט פֿאַר די שיסערס‪ 4 .‬האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײן‬
‫װאַפֿנטרעגער‪ :‬צי אַרױס ד ַײן שװערד און דערשטעך מיך מיט איר‪,‬‬
‫כּדי די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן ניט קומען‪ ,‬און מיך‬
‫דערשטעכן‪ ,‬און מאַכן געשפּעט איבער מיר‪ .‬אָבער ז ַײן װאַפֿנטרעגער‬
‫האָט ניט געװאָלט‪ ,‬װאָרום ער האָט זײער מורא געהאַט‪ .‬האָט ָשאול‬
‫גענומען די שװערד‪ ,‬און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר‪ 5 .‬און ז ַײן‬
‫װאַפֿנטרעגער האָט געזען אַז ָשאול איז געשטאָרבן‪ ,‬איז ער אױך‬
‫אַרױפֿגעפֿאַלן אױף ז ַײן שװערד‪ ,‬און איז געשטאָרבן מיט אים‪ 6 .‬און‬
   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81