Page 72 - Shmuel a
P. 72
שמוּאל א
14האָט ער צו איר געזאָגט :װאָס איז ז ַײן געשטאַלט? האָט זי
געזאָגט :אַן אַלטער מאַן קומט אַרױף ,און ער איז א ַײנגעװיקלט אין
אַ מאַנטל.
האָט ָשאול געװוּסט אַז דאָס איז שמואל ,און ער האָט זיך גענ ַײגט
מיטן פּנים צו דער ערד ,און זיך געבוקט.
15האָט שמואל געזאָגט צו ָשאולן :פֿאַר װאָס האָסטו מ ַײן רו
געשטערט ,מיך אױפֿצוברענגען? האָט ָשאול געזאָגט :מיך האָט זײער
צוגעדריקט ,װאָרום די פּלשתּים האַלטן מלחמה אױף מיר ,און גאָט
האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר ,און ער ענטפֿערט מיר ניט מער ,ניט
דורך נבֿיאים ,ניט דורך חלומות; האָב איך דיך גערופֿן ,מיך צו לאָזן
װיסן ,װאָס איך זאָל טאָן.
16האָט שמואל געזאָגט :און נאָך װאָס פֿרעגסטו מיך ,אַז גאָט האָט
זיך אָפּגעטאָן פֿון דיר ,און איז געװאָרן ד ַײן פֿ ַײנט? 17און גאָט האָט
פֿאַר זיך געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך מיר ,און גאָט האָט
אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון ד ַײן האַנט ,און האָט זי געגעבן צו אַן
אַנדערן ,צו ָד ִודן 18 .אַזױ װי דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם ָקול
פֿון גאָט ,און האָסט ניט אױסגעפֿירט ז ַײן גרימצאָרן אױף ַע ָמלק,
דרום האָט גאָט געטאָן צו דיר די דאָזיקע זאַך ה ַײנטיקן טאָג 19 .און
גאָט װעט אױך געבן ישׂראל מיט דיר אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים.
און מאָרגן װעסט דו און ד ַײנע זין ז ַײנען מיט מיר .אױך דעם חיל פֿון
ישׂראל װעט גאָט געבן אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים.
20איז ָשאול באַלד אַנידערגעפֿאַלן װי הױך ער איז אױף דער ערד,
און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר די װערטער פֿון שמואלן; אױך
האָט ער קײן כּוח ניט געהאַט ,װ ַײל ער האָט ניט געהאַט געגעסן קײן
ברױט אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט.
21איז די פֿרױ צוגעגאַנגען צו ָשאולן ,און זי האָט געזען אַז ער איז
זײער דערשראָקן ,און זי האָט צו אים געזאָגט :זע ,ד ַײן דינסט האָט
צוגעהערט צו ד ַײן ָקול ,און איך האָב גענומען מ ַײן לעבן אין מ ַײן
האַנט ,און האָב געהאָרכט צו ד ַײנע װערטער װאָס דו האָסט גערעדט
צו מיר 22 .און אַצונד ,איך בעט דיך ,הער דו אױך צו דעם ָקול פֿון
ד ַײן דינסט ,און לאָמיר לײגן פֿאַר דיר אַ שטיקל ברױט ,און עס ,און
װעסט האָבן כּוח ,אַז דו װעסט גײן אין װעג.