Page 69 - Shmuel a
P. 69
שמוּאל א
טר ַײשאַפֿט; װאָרום גאָט האָט דיך ה ַײנט איבערגעענטפֿערט אין מ ַײן
האַנט ,און איך האָב ניט געװאָלט אױסשטרעקן מ ַײן האַנט אױף דעם
געזאַלבטן פֿון גאָט 24 .און אָט אַזױ װי ד ַײן לעבן איז געװען
גרױסגעשאַצט אין מ ַײנע אױגן ה ַײנטיקן טאָג ,אַזױ זאָל מ ַײן לעבן ז ַײן
גרױסגעשאַצט אין די אױגן פֿון גאָט ,אַז ער זאָל מיך מציל ז ַײן פֿון
יעטװעדער צרה.
25האָט ָשאול געזאָגט צו ָד ִודן :געבענטשט זאָלסטו ז ַײן ,מ ַײן זון
דוד; אי טאָן װעסטו טאָן ,אי אױספֿירן װעסטו אױספֿירן.
און דוד איז געגאַנגען אױף ז ַײן װעג ,און ָשאול האָט זיך אומגעקערט
צו ז ַײן אָרט.
1און דוד האָט געזאָגט ב ַײ זיך אין האַרצן :אַצונד װעל איך
אײן טאָג אומגעבראַכט װערן דורך שאָולס האַנט .ניטאָכז
בעסערס פֿאַר מיר ,װי אַנטרונען זאָל איך אַנטרונען װערן אין לאַנד
פֿון די פּלשתּים ,און ָשאול װעט זיך מיאש ז ַײן פֿון מיר ,מיך װ ַײטער
צו זוכן אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל; אַזױ װעל איך אַנטרונען
װערן פֿון ז ַײן האַנט.
2איז דוד אױפֿגעשטאַנען און איז אַריבערגעגאַנגען ,ער און די זעקס
הונדערט מאַן װאָס מיט אים ,צו אָכיש דעם זון פֿון ָמעוכן ,דעם מלך
פֿון ַגת 3 .און דוד איז געזעסן ב ַײ אָכישן אין ַגת ,ער און ז ַײנע
מענטשן ,איטלעכער מיט ז ַײן הױזגעזינט ,דוד מיט ז ַײנע צװײ
װ ַײבער ,אַחינוֹעם פֿון יזרעאל ,און אַבֿיַג ִיל די װ ַײב פֿון ָנבֿלן פֿון
ַכּרמל.
4איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָשאולן ,אַז דוד איז אַנטלאָפֿן קײן ַגת ,אָבער
ער האָט אים מער װ ַײטער ניט געזוכט.
5און דוד האָט געזאָגט צו אָכישן :אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב
געפֿונען ל ַײטזיליקײט אין ד ַײנע אױגן ,זאָל מען מיר געבן אַן אָרט אין
אײנער פֿון די פֿעלד-שטעט ,און איך װעל דאָרטן זיצן; און נאָך װאָס
זאָל ד ַײן קנעכט זיצן אין דער מלוכה-שטאָט ב ַײ דיר?