Page 71 - Shmuel a
P. 71

‫שמוּאל א‬

‫און ָשאול האָט געהאַט אָפּגעטאָן פֿון לאַנד די ג ַײסטערזעער און די‬
                                                     ‫טױטנבאַשװערער‪.‬‬

‫‪ 4‬און די פּלשתּים האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען און‬
‫האָבן געלאַגערט אין שוֵּנם‪ ,‬און ָשאול האָט א ַײנגעזאַמלט גאַנץ‬
‫ישׂראל‪ ,‬און זײ האָבן געלאַגערט אין ִגלבוֹע‪ 5 .‬און ָשאול האָט געזען‬
‫דעם לאַגער פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און ער האָט מורא געקריגן‪ ,‬און ז ַײן‬
‫האַרץ האָט זײער געציטערט‪ 6 .‬און ָשאול האָט געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪,‬‬
‫אָבער גאָט האָט אים ניט געענטפֿערט‪ ,‬ניט דורך חלומות‪ ,‬ניט דורך‬

                                           ‫די אורים‪ ,‬ניט דורך נבֿיאים‪.‬‬

‫‪ 7‬האָט ָשאול געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט‪ :‬זוכט מיר אױף אַ פֿרױ אַ‬
‫ג ַײסטערזעערין‪ ,‬און איך װעל גײן צו איר‪ ,‬און װעל ב ַײ איר פֿרעגן‪.‬‬
‫האָבן ז ַײנע קנעכט צו אים געזאָגט‪ :‬אָט איז דאָ אַ פֿרױ אַ‬

                                           ‫ג ַײסטערזעערין אין ֵעין‪ָ -‬דור‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט ָשאול זיך פֿאַרשטעלט‪ ,‬און ער האָט אָנגעטאָן אַנדערע בגדים‪,‬‬
‫און ער איז געגאַנגען‪ ,‬און צװײ מענער מיט אים‪ .‬און זײ ז ַײנען‬
‫געקומען צו דער פֿרױ ב ַײ נאַכט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬װאָרזאָג מיר‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬דורך אַ ג ַײסט‪ ,‬און ברענג מיר אױף דעם װאָס איך װעל‬
‫דיר זאָגן‪ 9 .‬האָט די פֿרױ צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬דו װײסט װאָס‬
‫ָשאול האָט געטאָן‪ ,‬װי ער האָט פֿאַרשניטן די ג ַײסטערזעער און די‬
‫טױטנבאַשװערער פֿון לאַנד‪ ,‬און פֿאַר װאָס לײגסטו אַ שטרױכלונג‬

                                           ‫ב ַײ מ ַײן לעבן מיך צו טײטן?‬

‫‪ 10‬האָט ָשאול איר געשװאָרן ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ װי גאָט‬
‫לעבט‪ ,‬אױב דיר װעט געשען אַ שטראָף װעגן דער דאָזיקער זאַך! ‪11‬‬
‫האָט די פֿרױ געזאָגט‪ :‬װעמען זאָל איך דיר אױפֿברענגען‪ :‬האָט ער‬

                                     ‫געזאָגט‪ :‬שמואל ברענג מיר אױף‪.‬‬

‫‪ 12‬און װי די פֿרױ האָט דערזען שמואלן‪ ,‬אַזױ האָט זי אױסגעשרִיען‬
‫אױף אַ הױכן ָקול; און די פֿרױ האָט געזאָגט צו ָשאולן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? דו ביסט דאָך ָשאול‪ 13 .‬האָט דער‬
‫מלך צו איר געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט מורא האָבן; װאָס זעסטו דען?‬
‫האָט די פֿרױ געזאָגט צו ָשאולן‪ :‬אַ גאָט זע איך אַרױפֿגײן פֿון דער‬

                                                                   ‫ערד‪.‬‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76