Page 68 - Shmuel a
P. 68
שמוּאל א
13און דוד איז אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַנדער ז ַײט ,און ער האָט
זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון דער װ ַײטן ,מיט אַ ברײט אָרט
צװישן זײ 14 .און דוד האָט גערופֿן צו דעם פֿאָלק און צו אַבֿנר דעם
זון פֿון ֵנרן ,אַזױ צו זאָגן :װילסטו ניט ענטפֿערן ,אַבֿנר? האָט אַבֿנר
זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט :װער ביסטו ,װאָס דו רופֿסט צום
מלך? 15האָט דוד געזאָגט צו אַבֿנרן :דו ביסט דאָך אַ מאַן ,און װער
איז ד ַײן גל ַײכן אין ישׂראל ,ה ַײנט פֿאַר װאָס האָסטו ניט אָפּגעהיט
דעם מלך ד ַײן האַר? װאָרום אײנער פֿון פֿאָלק איז געקומען
אומצוברענגען דעם מלך ד ַײן האַר 16 .ניט גוט איז די דאָזיקע זאַך
װאָס דו האָסט געטאָן .אַזױ װי גאָט לעבט ,אַז טױט ז ַײט איר װערט,
װאָס איר האָט ניט אָפּגעהיט א ַײער האַר ,דעם געזאַלבטן פֿון גאָט!
און אַצונד זע ,װוּ איז דער שפּיז פֿון דעם מלך ,און דער קרוג װאַסער
װאָס איז געװען ב ַײ אים צוקאָפּנס?
17האָט ָשאול דערקענט ָד ִודס ָקול ,און ער האָט געזאָגט :איז דאָס
ד ַײן ָקול ,מ ַײן זון דוד? האָט דוד געזאָגט :מ ַײן ָקול ,מ ַײן האַר מלך.
18און ער האָט געזאָגט :פֿאַר װאָס יאָגט זיך מ ַײן האַר נאָך ז ַײן
קנעכט? װאָס האָב איך דען געטאָן? און װאָס פֿאַר אַ בײז איז אין
מ ַײן האַנט? 19און אַצונד ,זאָל ,איך בעט דיך ,מ ַײן האַר דער מלך
צוהערן די װערטער פֿון ז ַײן קנעכט :אױב גאָט האָט דיך אָנגערײצט
אױף מיר ,װעט ער אָננעמען אַ קרבן; אױב אָבער מענטשנקינדער,
זאָלן זײ ז ַײן פֿאַרשאָלטן פֿאַר גאָט ,װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרטריבן
ה ַײנט פֿון ז ַײן באַהעפֿט אָן דער נחלה פֿון יהוה ,אַזױ צו זאָגן :גײ ,דין
פֿרעמדע געטער 20 .און אַצונד ,זאָל מ ַײן בלוט ניט פֿאַלן צו דער ערד
אַװעק פֿון גאָטס פּנים; װאָרום דער מלך פֿון ישׂראל איז
אַרױסגעגאַנגען זוכן אַן אײנציקע פֿלױ ,אַזױ װי מע יאָגט אַ פֿעלדהון
אין די בערג.
21האָט ָשאול געזאָגט :איך האָב געזינדיקט; קער זיך אום ,מ ַײן זון
דוד ,װאָרום איך װעל דיר מער ניט בײז טאָן ,דערפֿאַר װאָס מ ַײן
לעבן איז ט ַײער געװען אין ד ַײנע אױגן ה ַײנטיקן טאָג .זע ,איך האָב
זיך נאַריש באַגאַנגען ,און האָב פֿאַרזען זײער פֿיל.
22האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט :אָט איז דעם מלכס
שפּיז ,און זאָל אײנער פֿון די יונגען אַריבערקומען ,און אים נעמען.
23און גאָט װעט אומקערן איטלעכן ז ַײן גערעכטיקײט און ז ַײן