Page 58 - Shmuel a
P. 58
שמוּאל א
4האָט דוד װידער געפֿרעגט ב ַײ גאָט ,און גאָט האָט אים
געענטפֿערט און געזאָגט :שטײ אױף ,נידער אַראָפּ קײן ק ִעי ֶלה,
װאָרום איך גיב די פּלשתּים אין ד ַײן האַנט.
5איז געגאַנגען דוד און ז ַײנע מענטשן קײן ק ִעי ֶלה ,און האָט מלחמה
געהאַלטן אױף די פּלשתּים ,און אַװעקגעפֿירט זײערע פֿי ,און
געשלאָגן צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק .און דוד האָט געהאָלפֿן די
באַװױנער פֿון ק ִעי ֶלה.
6און עס איז געװען ,אַז אבֿיתר דער זון פֿון אַחי ֶמ ֶלכן איז אַנטלאָפֿן
צו ָד ִודן קײן ק ִעי ֶלה ,האָט ער אַראָפּגענידערט מיטן אפֿוד אין ז ַײן
האַנט.
7איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָשאולן ,אַז דוד איז געקומען קײן ק ִעי ֶלה,
און ָשאול האָט געזאָגט :גאָט האָט אים איבערגעענטפֿערט אין מ ַײן
האַנט ,װאָרום ער האָט זיך אַלײן א ַײנגעשלאָסן דורך קומען אין אַ
שטאָט מיט טירן און ריגלען 8 .און ָשאול האָט צונױפֿגערופֿן דאָס
גאַנצע פֿאָלק אױף מלחמה ,צו נידערן אױף ק ִעי ֶלה ,צו לעגערן אױף
ָד ִודן און אױף ז ַײנע מענטשן.
9האָט דוד זיך דערװוּסט ,אַז ָשאול טראַכט קעגן אים שלעכט ,און
ער האָט געזאָגט צו אבֿיתר דעם כּהן :גענען דעם אפֿוד 10 .און דוד
האָט געזאָגט :יהוה דו גאָט פֿון ישׂראל ,הערן האָט געהערט ד ַײן
קנעכט ,אַז ָשאול װיל קומען קײן ק ִעי ֶלה ,צו צעשטערן די שטאָט פֿון
מ ַײנעט װעגן 11 .װעלן די מענער פֿון ק ִעי ֶלה מיך איבערענטפֿערן אין
ז ַײן האַנט? װעט ָשאול אַראָפּנידערן ,אַזױ װי ד ַײן קנעכט האָט
געהערט? יהוה דו גאָט פֿון ישׂראל ,זאָג ,איך בעט דיך ,צו ד ַײן
קנעכט .האָט גאָט געזאָגט :ער װעט אַראָפּנידערן 12 .האָט דוד
געזאָגט :װעלן די מענער פֿון ק ִעי ֶלה איבערענטפֿערן מיך און מ ַײנע
מענטשן אין דער האַנט פֿון ָשאולן? האָט גאָט געזאָגט :זײ װעלן
איבערענטפֿערן.
13איז דוד אױפֿגעשטאַנען מיט ז ַײנע מענטשן ,אַרום זעקס הונדערט
מאַן ,און זײ ז ַײנען אַרױס פֿון ק ִעי ֶלה ,און ז ַײנען געגאַנגען װוּ זײ האָט
זיך געמאַכט.