Page 60 - Shmuel a
P. 60

‫שמוּאל א‬

‫‪ 25‬און װי ָשאול און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען געגאַנגען זוכן‪ ,‬אַזױ האָט‬
‫מען אָנגעזאָגט ָד ִודן‪ ,‬און ער האָט אַראָפּגענידערט צום פֿעלדז‪ ,‬און‬
‫האָט זיך באַזעצט אין מדבר מעון‪ .‬האָט ָשאול דערהערט‪ ,‬און ער‬
‫האָט נאָכגעיאָגט ָד ִודן אין מדבר מעון‪ 26 .‬און ָשאול איז געגאַנגען‬
‫פֿון דער ז ַײט באַרג‪ ,‬און דוד און ז ַײנע מענטשן פֿון דער אַנדער ז ַײט‬
‫באַרג; און דוד האָט זיך געא ַײלט אַװעקצוגײן פֿון ָשאולן‪ ,‬און ָשאול‬
‫און ז ַײנע מענטשן האָבן אַרומגערינגלט ָד ִודן און ז ַײנע מענטשן זײ צו‬
‫כאַפּן‪ 27 .‬איז אָנגעקומען אַ ָש ִליח צו ָשאולן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬א ַײל זיך‬
‫און קום‪ ,‬װאָרום די פּלשתּים ז ַײנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן לאַנד‪ 28 .‬האָט‬
‫ָשאול זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן ָד ִודן‪ ,‬און ער איז געגאַנגען אַקעגן‬
‫די פּלשתּים‪ .‬דעריבער האָט מען גערופֿן יענעם אָרט ס ַלע‪ַ -‬ה ַמחלקות‪.‬‬

‫‪ 1‬און דוד איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן‪ ,‬און האָט זיך‬

      ‫באַזעצט אין די באַרגפֿעסטונגען פֿון ֵעין‪ֶ-‬גדי‪.‬כד‬

‫‪ 2‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז ָשאול האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער די‬
‫פּלשתּים‪ ,‬האָט מען אים געזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬דוד איז אין‬
‫מדבר פֿון ֵעין‪ֶ-‬גדי‪ 3 .‬האָט ָשאול גענומען דר ַײ טױזנט געקליבענע‬
‫מענער פֿון גאַנץ ישׂראל‪ ,‬און ער איז געגאַנגען זוכן ָד ִודן מיט ז ַײנע‬
‫מענטשן אױף די שטײנבעקפֿעלדזן‪ 4 .‬און ער איז געקומען צו די‬
‫שאָפֿגעהעפֿטן ב ַײם װעג‪ ,‬און דאָרטן איז געװען אַ הײל; איז ָשאול‬
‫אַר ַײנגעגאַנגען אױף ז ַײן באַדערפֿעניש‪ .‬און דוד און ז ַײנע מענטשן‬
‫ז ַײנען געזעסן אין די װינקלען פֿון דער הײל‪ 5 .‬האָבן די מענטשן פֿון‬
‫ָד ִודן צו אים געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬דאָס איז דער טאָג‪ ,‬װאָס גאָט האָט דיר‬
‫אָנגעזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך גיב ד ַײן שׂונא אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און װעסט טאָן צו‬

                        ‫אים אַזױ װי עס װעט ז ַײן גוט אין ד ַײנע אױגן‪.‬‬

‫איז דוד אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שאָולס‬
                                                  ‫מאַנטל שטילערהײט‪.‬‬

‫‪ 6‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬האָט ָד ִודס האַרץ אים געפּלאָגט פֿאַר‬
‫װאָס ער האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון ָשאולן‪ 7 .‬און ער האָט‬
‫געזאָגט צו ז ַײנע מענטשן‪ :‬באַהיט זאָל איך װערן פֿון גאָט‪ ,‬אַז איך‬
‫זאָל טאָן די דאָזיקע זאַך צו מ ַײן האַר‪ ,‬צום געזאַלבטן פֿון גאָט‪,‬‬
‫אױסצושטרעקן מ ַײן האַנט אױף אים‪ ,‬װאָרום דער געזאַלבטער פֿון‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65