Page 53 - Shmuel a
P. 53

‫שמוּאל א‬

‫האָט געװאָרפֿן‪ ,‬אַזױ האָט יהונתן נאָכגערופֿן דעם י ִינגל‪ ,‬און געזאָגט‪:‬‬
‫די פֿ ַײל איז דאָך אַהין צו פֿון דיר‪ 38 .‬און יהונתן האָט נאָכגערופֿן‬
‫דעם י ִינגל‪ :‬גיכער‪ ,‬א ַײל זיך‪ ,‬זאָלסט זיך ניט אָפּשטעלן‪ .‬און יהוָֹנ ָתנס‬

      ‫י ִינגל האָט אױפֿגעקליבן די פֿ ַײלן‪ ,‬און איז געקומען צו ז ַײן האַר‪.‬‬

‫‪ 39‬און דער יִינגל האָט פֿון גאָרנישט געװוּסט‪ ,‬נאָר יהונתן און דוד‬
‫האָבן געװוּסט פֿון דער זאַך‪ 40 .‬האָט יהונתן געגעבן ז ַײן װאַפֿן צו ז ַײן‬

           ‫י ִינגל‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‪ ,‬ברענג זײ אין שטאָט‪.‬‬

‫‪ 41‬װי דער יִינגל איז אַװעקגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ איז דוד אױפֿגעשטאַנען‬
‫פֿון ָדרום‪-‬ז ַײט‪ ,‬און ער איז געפֿאַלן אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד‪ ,‬און‬
‫האָט זיך געבוקט דר ַײ מאָל‪ .‬און זײ האָבן געקושט אײנער דעם‬
‫אַנדערן‪ ,‬און געװײנט אײנער מיטן אַנדערן‪ ,‬ביז דוד האָט‬

                                                        ‫איבערגעשטיגן‪.‬‬

‫‪ 42‬און יהונתן האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬גײ בשלום; ]געדענק[ װאָס מיר‬
‫האָבן זיך בײדע געשװאָרן ב ַײם נאָמען פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גאָט‬
‫זאָל ז ַײן ]אַן עדות[ צװישן מיר און צװישן דיר‪ ,‬און צװישן מ ַײן זאָמען‬

                                     ‫און צװישן ד ַײן זאָמען ביז אײביק‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען; און‬

            ‫יהונתן איז אַר ַײן אין שטאָט‪.‬כא‬

‫‪ 2‬און דוד איז געקומען קײן נוֹבֿ צו אַחי ֶמ ֶלך דעם כּהן‪ ,‬און אַחי ֶמ ֶלך‬
‫האָט געא ַײלט ָד ִודן אַנטקעגן‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס‬
‫ביסטו אַלײן‪ ,‬און קײנער איז ניט מיט דיר? ‪ 3‬האָט דוד געזאָגט צו‬
‫אַחי ֶמ ֶלך דעם כּהן‪ :‬דער מלך האָט מיר באַפֿױלן אַ זאַך‪ ,‬און האָט צו‬
‫מיר געזאָגט‪ :‬קײנער זאָל גאָרנישט װיסן פֿון דער זאַך װעגן װאָס איך‬
‫שיק דיך‪ ,‬און װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; און די יונגען האָב איך‬
‫באַשטעלט אין יענעם און יענעם אָרט‪ 4 .‬און אַצונד‪ ,‬װאָס איז דאָ‬
‫אונטער ד ַײן האַנט? גיב אין מ ַײן האַנט אַ פֿינף ברױטן‪ ,‬אָדער װאָס‬
‫עס געפֿינט זיך‪ 5 .‬האָט דער כּהן געענטפֿערט ָד ִודן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫װאָכעדיק ברױט איז ניטאָ אונטער מ ַײן האַנט‪ ,‬נאָר בלױז הײליק‬
‫ברױט איז דאָ‪ ,‬אױב די יונגען האָבן זיך נאָר אָפּגעהיט פֿון אַ װ ַײב‪6 .‬‬
‫האָט דוד געענטפֿערט דעם כּהן‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר‬
   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58