Page 52 - Shmuel a
P. 52
שמוּאל א
גאָרנישט גערעדט אין יענעם טאָג ,װאָרום ער האָט געקלערט :אַ
סיבה איז דאָס; ער איז ניט רײן ,ער איז אװדאי אומרײן.
27און עס איז געװען אױף מאָרגן נאָך רֹאש-חוֹדש דעם צװײטן טאָג,
און ָד ִודס אָרט איז געװען לײדיק ,האָט ָשאול געזאָגט צו יהונתן ז ַײן
זון :פֿאַר װאָס איז ניט געקומען דער זון פֿון ִי ַשין אי נעכטן אי ה ַײנט
צום מאָלצ ַײט? 28האָט יהונתן געענטפֿערט ָשאולן :אָפּבעטן האָט
זיך אָפּגעבעטן דוד ב ַײ מיר קײן ֵביתֶ -ל ֶחם; 29און ער האָט געזאָגט:
לאָז מיך גײן ,איך בעט דיך ,װאָרום אַן אָפּפֿערשלאַכטונג פֿון דער
משפּחה איז ב ַײ אונדז אין שטאָט ,און מ ַײן ברודער ,ער האָט מיר
באַפֿױלן; און אַצונד ,אױב איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע
אױגן ,לאָמיך ,איך בעט דיך ,זיך אַריבערכאַפּן ,און זען מ ַײנע ברידער.
דעריבער איז ער ניט געקומען צום מלכס טיש 30 .האָט געגרימט
דער צאָרן פֿון ָשאולן אױף יהונתנען ,און ער האָט צו אים געזאָגט:
דו זון פֿון פֿאַרקערטער װידערשפּעניקײט ,װײס איך דען ניט ,אַז דו
האָסט אױסדערװײלט דעם זון פֿון ִי ַשין ,צו ד ַײן שאַנד און צו דער
שאַנד פֿון ד ַײן מוטערס נאַקעטקײט? 31װאָרום כּל-זמן דער זון פֿון
ִי ַשין לעבט אױף דער ערד ,װעסט דו און ד ַײן מלוכה ניט האָבן קײן
באַשטאַנד .און אַצונד ,שיק און נעם אים צו מיר ,װאָרום טױט
קומט אים 32 .האָט יהונתן געענטפֿערט ז ַײן פֿאָטער ָשאולן ,און
האָט צו אים געזאָגט :פֿאַר װאָס זאָל ער געטײט װערן? װאָס האָט
ער געטאָן?
33האָט ָשאול אַ װאָרף געטאָן אױף אים דעם שפּיז ,אים צו טרעפֿן;
און יהונתן האָט פֿאַרשטאַנען ,אַז דאָס איז באַשלאָסן ב ַײ ז ַײן פֿאָטער
צו טײטן ָד ִודן.
34איז יהונתן אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש אין גרימצאָרן ,און ער האָט
דעם צװײטן טאָג פֿון חודש ניט געגעסן קײן שפּ ַײז ,װ ַײל ער האָט זיך
געקלעמט װעגן ָד ִודן ,און װ ַײל ז ַײן פֿאָטער האָט אים פֿאַרשעמט35 .
און עס איז געװען אין דער פֿרי ,איז יהונתן אַרױסגעגאַנגען אין
פֿעלד ,צו דער צ ַײט װאָס איז געװען אָפּגעמאַכט מיט ָד ִודן ,און אַ
קלײן י ִינגל איז געװען מיט אים 36 .און ער האָט געזאָגט צו ז ַײן
י ִינגל :לױף ,געפֿין אַקאָרשט די פֿ ַײלן װאָס איך װאַרף .איז דער י ִינגל
געלאָפֿן ,און ער האָט געװאָרפֿן אַ פֿ ַײל אים אַריבערצויאָגן 37 .און װי
דער י ִינגל איז צוגעקומען צו דעם אָרט פֿון דער פֿ ַײל װאָס יהונתן