Page 50 - Shmuel a
P. 50

‫שמוּאל א‬

‫געזאָגט פֿאַר שמואלן‪ ,‬און איז געלעגן אַ נאַקעטער יענעם גאַנצן‬
‫טאָג‪ ,‬און די גאַנצע נאַכט‪ .‬דעריבער זאָגט מען‪ :‬איז אױך ָשאול‬

                                                     ‫צװישן די נבֿיאים?‬

‫‪ 1‬און דוד איז אַנטלאָפֿן פֿון ָניוֹת אין רמה‪ ,‬און ער איז געקומען‪,‬‬

‫און האָט געזאָגט פֿאַר יהונתנען‪ :‬װאָס האָב איך געטאָן? אוןכ‬

‫װאָס איז מ ַײן פֿאַרברעך‪ ,‬און װאָס איז מ ַײן חטא פֿאַר ד ַײן פֿאָטער‪,‬‬
‫װאָס ער זוכט מ ַײן לעבן? ‪ 2‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬חלילה! װעסט‬
‫ניט שטאַרבן‪ .‬זע‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער טוט ניט אַ גרױסע זאַך אָדער אַ‬
‫קלײנע זאַך‪ ,‬אַװוּ ער אַנטפּלעקט ניט מ ַײן אױער‪ ,‬און פֿאַר װאָס זאָל‬
‫מ ַײן פֿאָטער פֿאַרבאָרגן פֿון מיר די דאָזיקע זאַך? עס איז ניט אַזױ‪3 .‬‬
‫האָט דוד װידער געשװאָרן‪ ,‬און געזאָגט‪ :‬װײסן װײסט ד ַײן פֿאָטער אַז‬
‫איך האָב געפֿונען חן אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬און ער קלערט‪ :‬זאָל יהונתן‬
‫דערפֿון ניט װיסן‪ ,‬כּדי ער זאָל זיך ניט קלעמען‪ .‬אָבער אַזױ װי גאָט‬
‫לעבט‪ ,‬און אַזױ װי ד ַײן זעל לעבט‪ ,‬אַז אַזױ װי אַ טריט איז צװישן‬
‫מיר און צװישן טױט! ‪ 4‬האָט יהונתן געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬װאָס װיל ד ַײן‬
‫זעל‪ ,‬איך זאָל פֿאַר דיר טאָן? ‪ 5‬האָט דוד געזאָגט צו יהונתנען‪ :‬אָט‬
‫איז מאָרגן רֹאש‪-‬חוֹדש‪ ,‬װען זיצן דאַרף איך זיצן מיטן מלך צום עסן;‬
‫זאָלסטו מיך לאָזן גײן‪ ,‬און איך װעל זיך באַהאַלטן אין פֿעלד ביז‬
‫איבער מאָרגן אָװנט‪ 6 .‬אױב נאָכפֿרעגן װעט זיך נאָכפֿרעגן ד ַײן‬
‫פֿאָטער אױף מיר‪ ,‬זאָלסטו זאָגן‪ :‬אָפּבעטן האָט זיך אָפּגעבעטן דוד‬
‫ב ַײ מיר‪ ,‬כּדי אַריבערצולױפֿן אין ז ַײן שטאָט ֵבית‪ֶ -‬ל ֶחם‪ ,‬װאָרום די‬
‫יערלעכע אָפּפֿערשלאַכטונג איז דאָרטן ב ַײ דער גאַנצער משפּחה‪7 .‬‬
‫אױב ער װעט אַזױ זאָגן‪ :‬גוט! איז פֿריד צו ד ַײן קנעכט; אױב אָבער‬
‫צערענען װעט ער צערענען‪ ,‬ז ַײ װיסן אַז שלעכטס איז באַשלאָסן ב ַײ‬
‫אים‪ 8 .‬און זאָלסט טאָן ֶחסד מיט ד ַײן קנעכט‪ ,‬װאָרום אין אַ בונד פֿון‬
‫גאָט האָסטו געבראַכט ד ַײן קנעכט מיט דיר; און אױב אין מיר איז‬
‫דאָ אַ פֿאַרברעך‪ ,‬טײט מיך דו; און נאָך װאָס דען זאָלסטו מיך‬
‫ברענגען צו ד ַײן פֿאָטער? ‪ 9‬האָט יהונתן געזאָגט‪ :‬חלילה דיר! װאָרום‬
‫אױב דערװיסן װעל איך זיך דערװיסן אַז ב ַײ מ ַײן פֿאָטער איז‬
‫באַשלאָסן‪ ,‬דיר זאָל געשען בײז‪ ,‬צי װעל איך דאָס דיר ניט דערצײלן?‬
‫‪ 10‬האָט דוד געזאָגט צו יהונתנען‪ :‬װער װעט מיר דערצײלן אױב ד ַײן‬
‫פֿאָטער װעט דיר ענטפֿערן האַרט? ‪ 11‬האָט יהונתן געזאָגט צו ָד ִודן‪:‬‬

                                 ‫קום‪ ,‬און לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד‪.‬‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55