Page 46 - Shmuel a
P. 46

‫שמוּאל א‬

‫‪ 12‬און ָשאול האָט מורא געהאַט פֿאַר ָד ִודן‪ ,‬װאָרום גאָט איז געװען‬
‫מיט אים‪ ,‬און פֿון ָשאולן האָט ער זיך אָפּגעטאָן‪ 13 .‬און ָשאול האָט‬
‫אים אָפּגעטאָן פֿון זיך‪ ,‬און אים געמאַכט פֿאַר אַ הױפּטמאַן פֿון‬
‫טױזנט‪ ,‬און ער איז געגאַנגען און געקומען דעם פֿאָלק פֿאַרױס‪14 .‬‬
‫און דוד האָט באַגליקט אין אַלע ז ַײנע װעגן‪ ,‬און גאָט איז געװען מיט‬
‫אים‪ 15 .‬און ָשאול האָט געזען אַז ער באַגליקט זײער‪ ,‬און ער האָט‬
‫זיך געשראָקן פֿאַר אים‪ 16 .‬אָבער גאַנץ ישׂראל און יהוּדה האָט ליב‬

           ‫געהאַט ָד ִודן‪ ,‬װאָרום ער פֿלעגט גײן און קומען זײ פֿאַרױס‪.‬‬

‫‪ 17‬און ָשאול האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬אָט איז מ ַײן עלטערע טאָכטער‬
‫ֵמ ַרבֿ; זי װעל איך דיר געבן פֿאַר אַ װ ַײב‪ ,‬אָבער ז ַײ מיר אַ העלדישער‬
‫יונג‪ ,‬און פֿיר די מלחמות פֿון גאָט‪ .‬װאָרום ָשאול האָט געקלערט‪:‬‬
‫זאָל ניט מ ַײן האַנט ז ַײן אױף אים‪ ,‬נ ַײערט די האַנט פֿון די פּלשתּים‬
‫זאָל ז ַײן אױף אים‪ 18 .‬האָט דוד געזאָגט צו ָשאולן‪ :‬װער בין איך? און‬
‫װאָס איז מ ַײן לעבן‪ ,‬אָדער מ ַײן פֿאָטערס משפּחה אין ישׂראל‪ ,‬אַז איך‬

                                      ‫זאָל װערן אַן אײדעם ב ַײם מלך?‬

‫‪ 19‬אָבער עס איז געװען‪ ,‬בעת מע האָט געזאָלט געבן ֵמ ַרבֿ די‬
‫טאָכטער פֿון ָשאולן צו ָד ִודן‪ ,‬איז זי אַװעקגעגעבן געװאָרן צו‬

                                     ‫ַעדרי ֵאלן פֿון מחוֹ ָלה פֿאַר אַ װ ַײב‪.‬‬

‫‪ 20‬און ִמיכל די טאָכטער פֿון ָשאולן האָט ליב געהאַט ָד ִודן; האָט‬
‫מען דערצײלט ָשאולן‪ ,‬און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין ז ַײנע אױגן‪21 .‬‬
‫און ָשאול האָט געקלערט‪ :‬איך װיל זי אים געבן‪ ,‬כּדי זי זאָל אים ז ַײן‬
‫פֿאַר אַ שטרױכלונג‪ ,‬און די האַנט פֿון די פּלשתּים זאָל ז ַײן אױף אים‪.‬‬
‫און ָשאול האָט געזאָגט צו ָד ִודן‪ :‬װעסט ה ַײנט װערן מ ַײן אײדעם מיט‬

                                                         ‫דער צװײטער‪.‬‬

‫‪ 22‬און ָשאול האָט באַפֿױלן ז ַײנע קנעכט‪ :‬רעדט צו ָד ִודן‬
‫שטילערהײט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬דער מלך װיל דיך‪ ,‬און אַלע ז ַײנע‬

           ‫קנעכט האָבן דיך ליב‪ ,‬טאָ װער אַצונד דעם מלכס אײדעם‪.‬‬

‫‪ 23‬האָבן שאָולס קנעכט גערעדט אין די אױערן פֿון ָד ִודן די דאָזיקע‬
‫װערטער‪ .‬און דוד האָט געזאָגט‪ :‬גרינג אין א ַײערע אױגן צו װערן‬

      ‫דעם מלכס אײדעם‪ ,‬אַז איך בין אַן אָרעמאַן און גרינגגעשאַצט?‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51