Page 49 - Shmuel a
P. 49
שמוּאל א
מיט אַ בגד 14 .און אַז ָשאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען ָד ִודן,
האָט זי געזאָגט :ער איז קראַנק.
15האָט ָשאול געשיקט שלוחים צו זען ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :ברענגט
אים אַרױף מיטן בעט צו מיר ,אים צו טײטן 16 .ז ַײנען די שלוחים
געקומען ,ערשט דער תּרפֿים איז אױפֿן בעט ,און דאָס געשטריק פֿון
ציגהאָר אים צוקאָפּנס.
17האָט ָשאול געזאָגט צו מיכלען :פֿאַר װאָס האָסטו מיך אַזױ
אָפּגענאַרט ,און האָסט אַװעקגעלאָזט מ ַײן שׂונא ,און ער איז
אַנטרונען געװאָרן? האָט ִמיכל געזאָגט צו ָשאולן :ער האָט צו מיר
געזאָגט :לאָז מיך אַװעק ,נאָך װאָס זאָל איך דיך טײטן?
18און דוד איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן ,און ער איז
געקומען צו שמואלן קײן רמה ,און האָט אים דערצײלט אַלץ װאָס
ָשאול האָט אים געטאָן .און ער און שמואל ז ַײנען געגאַנגען און
האָבן זיך באַזעצט אין ָניוֹת.
19איז אָנגעזאָגט געװאָרן ָשאולן ,אַזױ צו זאָגן :זע ,דוד איז אין ָניוֹת
אין רמה 20 .און ָשאול האָט געשיקט שלוחים צו נעמען ָד ִודן .האָבן
זײ געזען דאָס געזעמל נבֿיאים נבֿיאות זאָגן ,און שמואל שטײט
געשטעלט איבער זײ; און דער ג ַײסט פֿון גאָט איז געװען אױף די
שלוחים פֿון ָשאולן ,און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט.
21האָט מען אָנגעזאָגט ָשאולן ,און ער האָט געשיקט אַנדערע
שלוחים .האָבן זײ אױך נבֿיאות געזאָגט .האָט ָשאול װידער געשיקט
דריטע שלוחים ,און זײ אױך האָבן נבֿיאות געזאָגט.
22איז ער אױך געגאַנגען קײן רמה ,און ער איז געקומען ביז דער
גרױסער גרוב װאָס אין ֵשׂכוּ ,און האָט זיך נאָכגעפֿרעגט און געזאָגט:
װוּ ז ַײנען שמואל און דוד? האָט מען אים געזאָגט :אָן ,אין ָניוֹת אין
רמה.
23איז ער אַװעק אַהין קײן ָניוֹת אין רמה ,און אױך אױף אים איז
געװען דער ג ַײסט פֿון גאָט ,און ער איז געגאַנגען און גײענדיק
נבֿיאות געזאָגט ,ביז ער איז געקומען קײן ָניוֹת אין רמה 24 .און ער
אױך האָט אױסגעטאָן ז ַײנע קלײדער ,און ער אױך האָט נבֿיאות