Page 45 - Shmuel a
P. 45

‫שמוּאל א‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ער האָט געענדיקט רעדן צו ָשאולן‪,‬‬

‫אַזױ איז די זעל פֿון יהוָֹנ ָתנען צוגעבונדן געװאָרן צו דער זעליח‬

‫פֿון ָד ִודן‪ ,‬און יהוָֹנ ָתן האָט אים ליב געקריגן אַזױ װי ז ַײן אײגן זעל‪2 .‬‬
‫און ָשאול האָט אים צוגענומען אין יענעם טאָג‪ ,‬און האָט אים ניט‬
‫געלאָזט זיך אומקערן צו ז ַײן פֿאָטערס הױז‪ 3 .‬און יהוָֹנ ָתן האָט‬
‫געשלאָסן אַ בונד מיט ָד ִודן‪ ,‬װ ַײל ער האָט אים ליב געהאַט װי ז ַײן‬
‫אײגן זעל‪ 4 .‬און יהוָֹנ ָתן האָט אױסגעטאָן דעם מאַנטל װאָס אױף זיך‪,‬‬
‫און האָט אים געשאָנקן ָד ִודן; אױך ז ַײנע קלײדער‪ ,‬ביז אױף ז ַײן‬

             ‫שװערד‪ ,‬און ביז אױף ז ַײן בױגן‪ ,‬און ביז אױף ז ַײן גאַרטל‪.‬‬

‫‪ 5‬און אַז דוד איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬איז‪ ,‬װוּ ָשאול פֿלעגט אים שיקן‪,‬‬
‫פֿלעגט ער באַגליקן‪ .‬און ָשאול האָט אים אױפֿגעזעצט איבער די‬
‫מלחמה‪-‬ל ַײט; און ער איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק‪,‬‬

                             ‫און אױך אין די אױגן פֿון שאָולס קנעכט‪.‬‬

‫‪ 6‬און עס איז געװען‪ ,‬ב ַײ זײער אָנקומען‪ ,‬אַז דוד האָט זיך‬
‫אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּ ִלשתּי‪ ,‬ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען די‬
‫װ ַײבער פֿון אַלע שטעט פֿון ישׂראל מיט געזאַנג און טענץ אַנטקעגן‬
‫דעם מלך ָשאולן‪ ,‬מיט פּױקן‪ ,‬מיט ִשׂמחה‪ ,‬און מיט צימבלען‪ 7 .‬און די‬

                   ‫װ ַײבער די שפּילערינס האָבן געזונגען און געזאָגט‪:‬‬

                               ‫ָשאול האָט געשלאָגן אין ז ַײנע טױזנטן‪,‬‬
                                         ‫און דוד אין ז ַײנע צענטױזנטן‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט ָשאולן זײער געברענט‪ ,‬און דאָס דאָזיקע גערײד איז געװען‬
‫שלעכט אין ז ַײנע אױגן‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ָ :‬ד ִודן האָבן זײ געגעבן‬
‫די צענטױזנטן‪ ,‬און מיר האָבן זײ געגעבן די טױזנטן‪ ,‬און אים פֿעלט‬
‫נאָך בלױז די מלוכה‪ 9 .‬און ָשאול האָט געקוקט קרום אױף ָד ִודן פֿון‬

                                               ‫יענעם טאָג און װ ַײטער‪.‬‬

‫‪ 10‬און עס איז געװען אױף מאָרגן‪ ,‬איז אַ בײזער ג ַײסט פֿון גאָט‬
‫געקומען אױף ָשאולן‪ ,‬און ער האָט אין הױז גערעדט פֿון זינען‪ ,‬און‬
‫דוד האָט געשפּילט מיט ז ַײן האַנט אַזױ װי טאָג אין טאָג‪ ,‬און אין‬
‫שאָולס האַנט איז געװען דער שפּיז‪ 11 .‬האָט ָשאול אַ װאָרף געטאָן‬
‫דעם שפּיז‪ ,‬און ער האָט געקלערט‪ :‬איך װעל דורכשטעכן ָד ִודן ביז‬

       ‫אין װאַנט‪ .‬אָבער דוד האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צװײ מאָל‪.‬‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50