Page 48 - Shmuel a
P. 48

‫שמוּאל א‬

‫‪ 4‬און יהוָֹנ ָתן האָט גערעדט גוטס אױף ָד ִודן צו ז ַײן פֿאָטער ָשאולן‪,‬‬
‫און ער האָט צו אים געזאָגט‪ :‬זאָל דער מלך ניט זינדיקן אַקעגן ז ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬אַקעגן ָד ִודן‪ ,‬װ ַײל ער האָט אַקעגן דיר ניט געזינדיקט‪ ,‬און‬
‫װ ַײל ז ַײנע טוּונגען ז ַײנען געװען זײער גוט פֿאַר דיר‪ 5 .‬און ער האָט‬
‫גענומען ז ַײן לעבן אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט געשלאָגן דעם פּ ִלשתּי‪,‬‬
‫און גאָט האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה פֿאַר גאַנץ ישׂראל; האָסט עס‬
‫געזען‪ ,‬און האָסט זיך געפֿרײט‪ .‬און פֿאַר װאָס זאָלסטו זיך‬

          ‫פֿאַרזינדיקן אָן אומשולדיקן בלוט‪ ,‬צו טײטן ָד ִודן אומזיסט?‬

‫‪ 6‬האָט ָשאול צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון יהוָֹנ ָתנען‪ ,‬און ָשאול האָט‬
          ‫געשװאָרן‪ :‬אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬אױב ער װעט געטײט װערן!‬

‫‪ 7‬און יהוָֹנ ָתן האָט גערופֿן ָד ִודן‪ ,‬און יהוָֹנ ָתן האָט אים דערצײלט אַלע‬
‫די דאָזיקע װערטער‪ .‬און יהוָֹנ ָתן האָט געבראַכט ָד ִודן צו ָשאולן‪ ,‬און‬

                  ‫ער איז געװען פֿאַר אים אַזױ װי נעכטן‪-‬אײערנעכטן‪.‬‬

‫‪ 8‬און װידער געװאָרן אַ מלחמה‪ ,‬און דוד איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און‬
‫האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן די פּלשתּים‪ ,‬און ער האָט געשלאָגן‬

        ‫צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים‪.‬‬

‫‪ 9‬און אַ בײזער ג ַײסט פֿון גאָט איז געקומען אױף ָשאולן בעת ער איז‬
‫געזעסן אין ז ַײן הױז מיט ז ַײן שפּיז אין ז ַײן האַנט; און דוד האָט‬
‫געשפּילט מיט דער האַנט‪ 10 .‬האָט ָשאול געזוכט דורכצושטעכן ָד ִודן‬
‫מיטן שפּיז ביז אין װאַנט‪ ,‬אָבער ער האָט זיך אַרױסגעמאַכט פֿון‬
‫ָשאולן‪ ,‬און ער האָט אַר ַײנגעשטאָכן דעם שפּיז אין װאַנט‪ .‬און דוד‬

            ‫איז אַנטלאָפֿן און איז אַנטרונען געװאָרן אין יענער נאַכט‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט ָשאול געשיקט שלוחים צו ָד ִודס הױז‪ ,‬אים צו היטן‪ ,‬און‬
‫אים צו טײטן אין דער פֿרי‪ .‬אָבער ז ַײן װ ַײב ִמיכל האָט אָנגעזאָגט‬
‫ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב דו ראַטעװעסט ניט ד ַײן נפֿש די נאַכט‪,‬‬

                                               ‫װערסטו מאָרגן געטײט‪.‬‬

‫‪ 12‬און ִמיכל האָט אַראָפּגעלאָזט ָד ִודן דורכן פֿענסטער‪ ,‬און ער איז‬
‫אַװעק און איז אַנטלאָפֿן און אַנטרונען געװאָרן‪ 13 .‬און ִמיכל האָט‬
‫גענומען דעם תּרפֿים‪ ,‬און אַרױפֿגעלײגט אױפֿן בעט‪ ,‬און אַ געשטריק‬
‫פֿון ציגנהאָר האָט זי אים געלײגט צו קאָפּנס‪ ,‬און איבערגעדעקט‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53