Page 36 - Shmuel a
P. 36
שמוּאל א
פֿאַרװיסט 21 .אָבער דאָס פֿאָלק האָט גענומען פֿון דעם רױב שאָף
און רינדער ,דאָס בעסטע פֿון דעם חרם ,כּדי צו שלאַכטן צו יהוה
ד ַײן גאָט אין ִגלגל 22 .האָט שמואל געזאָגט:
באַגערט דען גאָט בראַנדאָפּפֿער און שלאַכטאָפּפֿער
װי צוהערן צו דעם ָקול פֿון גאָט?
זע ,צוהערן איז בעסער פֿון שלאַכטאָפּפֿער.
צו געהאָרכן – פֿון פֿעטס פֿון װידערס;
23װאָרום זינד פֿון כּישוף איז װידערשפּעניקײט,
און געצנדינסט און תּרפֿים איז א ַײנגעשפּאַרט ז ַײן.
װ ַײל דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון גאָט ,אַזױ האָט ער דיך
פֿאַראַכט פֿון צו ז ַײן אַ מלך 24 .האָט ָשאול געזאָגט :איך האָב
געזינדיקט װאָס איך האָב איבערגעטרעטן דאָס באַפֿעל פֿון גאָט און
ד ַײנע װערטער ,װ ַײל איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן פֿאָלק ,און האָב
זיך צוגעהערט צו זײער ָקול 25 .און אַצונד ,פֿאַרגיב ,איך בעט דיך,
מ ַײן זינד ,און קער זיך אום מיט מיר ,און איך װעל זיך בוקן צו גאָט.
26האָט שמואל געזאָגט צו ָשאולן :איך װעל זיך ניט אומקערן מיט
דיר ,װאָרום דו האָסט פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון גאָט ,און גאָט האָט
דיך פֿאַראַכט פֿון צו ז ַײן אַ מלך איבער ישׂראל.
27און װי שמואל האָט זיך אומגעדרײט אַװעקצוגײן ,אַזױ האָט
] ָשאול[ אָנגענומען דעם ברעג פֿון ז ַײן מאַנטל ,און ער האָט זיך
אָפּגעריסן 28 .האָט שמואל צו אים געזאָגט :גאָט האָט ה ַײנט
אָפּגעריסן פֿון דיר די מלוכה פֿון ישׂראל ,און האָט זי אַװעקגעגעבן צו
אַן אַנדערן װאָס איז בעסער פֿון דיר 29 .און דער אײביקער פֿון
ישׂראל זאָגט אױך ניט ליגן ,און האָט ניט חרטה; װאָרום ניט אַ
מענטש איז ער ,חרטה צו האָבן.
30האָט ער געזאָגט :איך האָב געזינדיקט ,אָבער אַצונד ,טו מיר ,איך
בעט דיך ,דעם כּבֿוד פֿאַר די עלטסטע פֿון מ ַײן פֿאָלק און פֿאַר
ישׂראל ,און קער זיך אום מיט מיר ,און איך װעל זיך בוקן צו יהוה
ד ַײן גאָט.
31האָט שמואל זיך אומגעקערט נאָך ָשאולן ,און ָשאול האָט זיך
געבוקט צו גאָט.