Page 20 - Shmuel a
P. 20
שמוּאל א
14ז ַײנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען צו דער שטאָט .זײ קומען אַר ַײן אין
שטאָט ,ערשט שמואל גײט אַרױס אַקעגן זײ ,כּדי אַרױפֿצוגײן אױף
דער ָב ָמה 15 .און גאָט האָט אַנטפּלעקט שמואלס אױער אײן טאָג
פֿאַר שאָולס קומען ,אַזױ צו זאָגן 16 :מאָרגן אין דער צ ַײט װעל איך
שיקן צו דיר אַ מאַן פֿון לאַנד בנימין ,זאָלסטו אים זאַלבן פֿאַר אַ
פֿירשט איבער מ ַײן פֿאָלק ישׂראל ,און ער װעט העלפֿן מ ַײן פֿאָלק פֿון
דער האַנט פֿון די פּלשתּים ,װאָרום איך האָב צוגעזען מ ַײן פֿאָלק,
װ ַײל ז ַײן געשרײ איז געקומען צו מיר.
17און װי שמואל האָט דערזען ָשאולן ,אַזױ האָט גאָט אױסגערופֿן
צו אים :אָט איז דער מאַן װאָס איך האָב דיר געזאָגט :דער דאָזיקער
װעט הערשן אױף מ ַײן פֿאָלק 18 .און ָשאול האָט גענענט צו שמואלן
אין מיטן טױער ,און האָט געזאָגט :זאָג מיר ,איך בעט דיך ,װוּ איז דאָ
דאָס הױז פֿון דעם זעער? 19האָט שמואל געענטפֿערט ָשאולן און
האָט געזאָגט :איך בין דער זעער; גײ אַרױף מיר פֿאַרױס צו דער
ָב ָמה ,און איר װעט עסן מיט מיר ה ַײנט ,און אין דער פֿרי װעל איך
דיך אַװעקשיקן ,און אַלץ װאָס אױף ד ַײן האַרצן װעל איך דיר זאָגן.
20און װעגן די אײזעלינס װאָס ז ַײנען ב ַײ דיר פֿאַרלאָרן שױן ה ַײנט
דר ַײ טעג ,אױף זײ זאָלסטו ניט לײגן ד ַײן האַרץ ,װאָרום זײ ז ַײנען
געפֿונען געװאָרן .און פֿאַר װעמען איז אַל דאָס גלוסטיקע פֿון
ישׂראל ,אױב ניט פֿאַר דיר און פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער?
21האָט געענטפֿערט ָשאול און האָט געזאָגט :בין איך ניט פֿון
בנימין ,פֿון די קלענסטע שבֿטים פֿון ישׂראל ,און מ ַײן משפּחה די
מינדסטע פֿון אַלע משפּחות פֿון שבֿט בנימין? און פֿאַר װאָס
רעדסטו צו מיר אַזאַ זאַך?
22האָט שמואל גענומען ָשאולן און ז ַײן יונג ,און ער האָט זײ
אַר ַײנגעבראַכט אין קאַמער ,און האָט זײ געגעבן אַן אָרט אױבן אָן
פֿון די גערופֿענע ,װאָס ז ַײנען געװען אַרום דר ַײסיק מאַן 23 .און
שמואל האָט געזאָגט צו דעם קוכער :דערלאַנג דעם חלק װאָס איך
האָב דיר געגעבן ,װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט :לײג אים אַװעק ב ַײ
דיר 24 .האָט דער קוכער אױפֿגעהױבן דעם שענקל און װאָס אױף
אים ,און אַװעקגעלײגט פֿאַר ָשאולן ,און ]שמואל[ האָט געזאָגט :אָט
איז דאָס איבערגעלאָזענע; לײג פֿאַר דיר ,עס ,װאָרום אױף דער
באַשטימטער צ ַײט איז עס געהאַלטן געװאָרן פֿאַר דיר; אַזױ צו זאָגן:
איך האָב דאָך ]צוליב דעם[ דאָס פֿאָלק פֿאַררופֿן.