Page 18 - Breyshis
P. 18

‫בראשית‬

‫און שניט‪ ,‬און קעלט און היץ‪ ,‬און זומער און װינטער‪ ,‬און טאָג און‬
                                                  ‫נאַכט‪ ,‬ניט אױפֿהערן‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געבענטשט נֹחן און ז ַײנע זין‪ ,‬און האָט צו זײ‬

‫געזאָגט‪ :‬פֿרוכפּערט א ַײך און מערט א ַײך‪ ,‬און פֿילט אָן די ערד‪.‬ט‬

‫‪ 2‬און א ַײער מורא און א ַײער שרעק זאָל ז ַײן אױף יעטװעדער חיה‬
‫פֿון דער ערד‪ ,‬און אױף יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל‪ ,‬אױף אַלץ װאָס‬
‫די ערד װידמענט‪ ,‬און אױף אַלע פֿישן פֿון ים; אין א ַײער האַנט ז ַײנען‬
‫זײ איבערגעגעבן‪ 3 .‬אַלץ װאָס באַװעגט זיך‪ ,‬װאָס לעבט‪ ,‬זאָל ז ַײן‬
‫פֿאַר א ַײך צום עסן; אַזױ װי גרינע קר ַײטעכץ האָב איך א ַײך דאָס אַלץ‬
‫געגעבן‪ 4 .‬נאָר פֿלײש מיט ז ַײן לעבן‪ ,‬ז ַײן בלוט‪ ,‬זאָלט איר ניט עסן‪5 .‬‬
‫און פֿאַר װאָר‪ ,‬א ַײער בלוט‪ ,‬פֿון א ַײערע נפֿשות‪ ,‬װעל איך אױפֿמאָנען;‬
‫פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען‪ ,‬און פֿון‬
‫דער האַנט פֿון דעם מענטשן‪ ,‬פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן ז ַײן‬
‫ברודער‪ ,‬װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן‪ 6 .‬דער װאָס‬
‫פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן‪ ,‬זאָל דורך אַ מענטשן ז ַײן בלוט‬
‫פֿאַרגאָסן װערן; װאָרום אין דער געשטאַלט פֿון גאָט האָט ער‬
‫געמאַכט דעם מענטשן‪ 7 .‬און איר‪ ,‬פֿרוכפּערט א ַײך און מערט א ַײך;‬

              ‫װידמענט א ַײך אױף דער ערד‪ ,‬און מערט א ַײך אױף איר‪.‬‬

‫‪ 8‬און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן און צו ז ַײנע זין מיט אים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 9 :‬און איך‪ ,‬זע‪ ,‬איך שטעל אױף מ ַײן בונד מיט א ַײך‪ ,‬און מיט‬
‫א ַײער זאָמען נאָך א ַײך‪ 10 ,‬און מיט יעטװעדער לעבעדיקער‬
‫באַשעפֿעניש װאָס מיט א ַײך‪ ,‬ס ַײ אַ פֿױגל‪ ,‬ס ַײ אַ בהמה‪ ,‬ס ַײ‬
‫יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט א ַײך‪ ,‬פֿון די אַלע װאָס ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה‪ ,‬אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד‪11 .‬‬
‫און איך װעל אױפֿשטעלן מ ַײן בונד מיט א ַײך‪ ,‬און עס װעלן מער ניט‬
‫פֿאַרשניטן װערן אַלע ל ַײבער פֿון אַ מבול‪-‬געװיסער‪ ,‬און עס װעט‬
‫מער ניט ז ַײן קײן מבול אומצוברענגען די ערד‪ 12 .‬און גאָט האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בונד װאָס איך גיב צװישן מיר‬
‫און צװישן א ַײך‪ ,‬און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש‬
‫װאָס מיט א ַײך‪ ,‬אױף אײביקע דורות‪ 13 :‬מ ַײן בױגן האָב איך‬
‫אַר ַײנגעטאָן אין װאָלקן‪ ,‬און ער װעט ז ַײן פֿאַר אַ צײכן פֿון בונד‬
‫צװישן מיר און צװישן דער ערד‪ 14 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װען איך טו‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23