Page 23 - Breyshis
P. 23

‫בראשית‬

‫צװײ הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און‬
                                                               ‫טעכטער‪.‬‬

‫‪ 22‬און שׂרוג האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן ָנחורן‪23 .‬‬
‫און שׂרוג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ָנחורן‪ ,‬צװײ‬

                 ‫הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער‪.‬‬

‫‪ 24‬און ָנחור האָט געלעבט נ ַײן און צװאַנציק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן‬
‫ֶתּ ַרחן‪ 25 .‬און ָנחור האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן‬
‫ֶתּ ַרחן‪ ,‬הונדערט יאָר און נ ַײנצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און‬

                                                               ‫טעכטער‪.‬‬

‫‪ 26‬און ֶתּ ַרח האָט געלעבט זיבעציק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן אבֿרמען‪,‬‬
                                                      ‫ָנחורן‪ ,‬און ָה ָרנען‪.‬‬

‫‪ 27‬און דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֶתּ ַרחן‪ֶ :‬תּ ַרח האָט געבאָרן‬
‫אבֿרמען‪ָ ,‬נחורן‪ ,‬און ָה ָרנען; און ָה ָרן האָט געבאָרן לוטן‪ 28 .‬און ָה ָרן‬
‫איז געשטאָרבן ב ַײם לעבן פֿון ז ַײן פֿאָטער ֶתּ ַרחן‪ ,‬אין לאַנד פֿון ז ַײן‬
‫געבורט‪ ,‬אין אור‪ַ -‬כּשׂדים‪ 29 .‬און אבֿרם און ָנחור האָבן זיך גענומען‬
‫װ ַײבער; דער נאָמען פֿון אבֿרמס װ ַײב איז געװען ָשׂ ַרי‪ ,‬און דער‬
‫נאָמען פֿון ָנחורס װ ַײב איז געװען ִמל ָכּה‪ ,‬די טאָכטער פֿון ָה ָרן‪ ,‬דעם‬
‫פֿאָטער פֿון ִמל ָכּהן און דעם פֿאָטער פֿון ִיס ָכּהן‪ 30 .‬און ָשׂ ַרי איז‬

                    ‫געװען אַן עקרה‪ ,‬זי האָט ניט געהאַט קײן קינדער‪.‬‬

‫‪ 31‬און ֶתּ ַרח האָט גענומען ז ַײן זון אבֿרמען‪ ,‬און ז ַײן אײניקל לוט‪,‬‬
‫דער זון פֿון ָה ָרנען‪ ,‬און ז ַײן שנור ָשׂ ַרי‪ ,‬די װ ַײב פֿון ז ַײן זון אבֿרמען‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען מיט זײ פֿון אור‪ַ -‬כּשׂדים‪ ,‬צו גײן קײן‬
‫לאַנד כַּנ ַען‪ .‬און זײ ז ַײנען געקומען ביז ָח ָרן‪ ,‬און האָבן זיך דאָרטן‬

                                                               ‫באַזעצט‪.‬‬

‫‪ 32‬און די טעג פֿון ֶתּ ַרחן ז ַײנען געװען צװײ הונדערט יאָר און פֿינף‬
                                ‫יאָר‪ .‬און ֶתּ ַרח איז געשטאָרבן אין ָח ָרן‪.‬‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28