Page 22 - Breyshis
P. 22

‫בראשית‬

‫ז ַײנען אײן פֿאָלק‪ ,‬און אײן שפּראַך איז ב ַײ זײ אַלעמען‪ ,‬און דאָס איז‬
‫ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן‪ ,‬און אַצונד װעט פֿון זײ ניט‬
‫פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן‪ 7 .‬קומט לאָמיר‬
‫אַראָפּנידערן‪ ,‬און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך‪ ,‬אַז זײ זאָלן ניט‬
‫פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך‪ 8 .‬און גאָט האָט זײ‬
‫צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט‪ 9 .‬דרום האָט מען גערופֿן איר‬
‫נאָמען בבל‪ ,‬װ ַײל דאָרטן האָט גאָט צעמישט די שפּראַך פֿון דער‬
‫גאַנצער ערד‪ ,‬און פֿון דאָרטן האָט זײ גאָט צעשפּרײט אױפֿן געזיכט‬

                                                 ‫פֿון דער גאַנצער ערד‪.‬‬

‫‪ 10‬דאָס ז ַײנען די געבורטן פֿון ֵשמען‪ :‬צו הונדערט יאָר האָט ֵשם‬
‫געבאָרן אַר ַפּכ ַשדן‪ ,‬צװײ יאָר נאָכן מבול‪ 11 .‬און ֵשם האָט געלעבט‬
‫נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אַר ַפּכ ַשדן‪ ,‬פינף הונדערט יאָר; און ער‬

                                        ‫האָט געבאָרן זין און טעכטער‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַר ַפּכ ַשד האָט געלעבט פֿינף און דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט‬
‫געבאָרן ֶש ַלחן‪ 13 .‬און אַר ַפּכ ַשד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט‬
‫געבאָרן ֶש ַלחן‪ ,‬פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײ יאָר; און ער האָט געבאָרן‬

                                                       ‫זין און טעכטער‪.‬‬

‫‪ 14‬און ֶש ַלח האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן ֵע ֶברן‪15 .‬‬
‫און ֶש ַלח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֵע ֶברן‪ ,‬פֿיר‬

   ‫הונדערט יאָר און דר ַײ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער‪.‬‬

‫‪ 16‬און ֵע ֶבר האָט געלעבט פֿיר און דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן‬
‫ֶפּ ֶלגן‪ 17 .‬און ֵע ֶבר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ֶפּ ֶלגן‪,‬‬
‫פֿיר הונדערט יאָר און דר ַײסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און‬

                                                               ‫טעכטער‪.‬‬

‫‪ 18‬און ֶפּ ֶלג האָט געלעבט דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן ְרעון‪19 .‬‬
‫און ֶפּ ֶלג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן ְרעון‪ ,‬צװײ‬

   ‫הונדערט יאָר און נ ַײן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער‪.‬‬

‫‪ 20‬און ְרעו האָט געלעבט צװײ און דר ַײסיק יאָר‪ ,‬און האָט געבאָרן‬
‫שׂרוגן‪ 21 .‬און ְרעו האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שׂרוגן‪,‬‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27